Kan News באריכטעט אז סאודי אראביע האט זיך קאארדינירט מיט יארדאניע און די פאלעסטינער אויטאריטעט צו פאראייניגן…

Kan News באריכטעט אז סאודי אראביע האט זיך קאארדינירט מיט יארדאניע און די פאלעסטינער אויטאריטעט צו פאראייניגן די אראבישע פארטייען פאר די בחירות אין מדינת ישראל, אין א פרואוו אראפצוברענגען פרעמיער מיניסטער נתניהו און צו שטופן ריאד'ס פריאריטעטן אין די פאלעסטינער ענין און איראן. דער באריכט קומט אין די זעלבע צייט וואס דער שב"כ פארשט אויס באזונדערע באשולדיגונגען איבער אריינמישונג אין די בחירות, וואס ווערט פינאנצירט פון אויסלאנד.