פרעזידענט טראמפ האט פארטיידיגט דיפענס סעקרעטאר פיט העגסעט, אינמיטן רופן אים צו אימפיטשן, און באשולדיגט די דע…

פרעזידענט טראמפ האט פארטיידיגט דיפענס סעקרעטאר פיט העגסעט, אינמיטן רופן אים צו אימפיטשן, און באשולדיגט די דעמאקראטן אז זיי זוכן כסדר צו אימפיטשן באאמטע פון זיין אדמיניסטראציע. "אלעס וואס די דעמאקראטן טוען איז רעדן וועגן אימפיטשן יעדן איינעם," האט טראמפ געזאגט, און צוגעלייגט אז די רעפובליקאנער קענען אויך "שפילן די שפיל". ער האט געלויבט העגסעט אלס א "גרויסער קריגער", און אים אנגערופן דער בעסטער מענטש וואס האט פארנומען די פאזיציע שוין א סך יארן.