אמעריקאנער מיליטער בויט אויס א לופט-ברוק איבער'ן מיטל מזרח

נאך די בחירות אין מדינת ישראל איז לויט באריכטן אין גאנג א מיליטערישע לופט-ברוק פון אמעריקע איבער'ן מיטל מזרח. אין די לעצטע 24 שעה זענען כאטש 10 אמעריקאנער מיליטערישע טראנספארט עראפלאנען אנגעקומען אין די לופט באזעס עוודה און נבטים אין מדינת ישראל.
צווישן די עראפלאנען זענען דא שווערע לאסט עראפלאנען C-17 Globemaster III און C-5 Galaxy. לויט באריכטן זענען טייל פון זיי ארויסגעפלויגן פון פארט בליס, טעקסאס, וואו עס געפינען זיך גרויסע לופט-פארטיידיגונג איינהייטן און עקוויפמענט פון די אמעריקאנער ארמיי.
די עראפלאנען ברענגען מעגליך פרישע סחורה פאר לופט-פארטיידיגונג, אריינגערעכנט אפשר נאך סיסטעמען ווי פעטריאט באטעריעס.
לויט באריכטן זענען נאך אמעריקאנער טראנספארט עראפלאנען געלאנדעט אין יארדאניע, סאודי אראביע און קאטאר, אינמיטן וואקסנדע זארגן איבער א מעגליכע באנייטע מיליטערישע קאמפיין קעגן איראן.