Get the appContact
MKC More Kosher ContentNews / Pictures / Videos
Loading the latest news…

טראגישע שטיינער אוועלענטש אין טערקיי'ס באקאנטע טוריסטן געגנט קאפאדאקיע

טראגישע שטיינער אוועלענטש אין טערקיי'ס באקאנטע טוריסטן געגנט קאפאדאקיע
לאקאלע מידיא באריכטן איבער א שרעקליכע טראגעדיע וואו אמווייניגסטנס צוויי מענטשן זענען אומגעקומען און נאך איינער איז פארוואונדעט געווארן. עס קומען אריין באריכטן אז עס געפינען זיך נאך מענטשן וואס זענען פארכאפט אונטער די געפאלענע שטיינער.
די פונקטליכע אומשטענדן ארום דעם אינצידענט זענען דערווייל נאכנישט קלאר. די ריזיגע שטיינער זענען אראפגעקומען גאר שנעל און פלוצלינג. מען האפט אז אלע וואס זענען נאך דערווייל נישט געפונען געווארן זאלן זיין פארזיכערט און געזונט.