פאליטישער פאט: אלע מעגליכע וועגן צו פארמירן מדינת ישראל'ס קומענדיגע רעגירונג

מדינת ישראל שטייט פאר א שווערן פאליטישן פאט נאך די בחירות פאר די 26'סטע כנסת, ווען נישט פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו און נישט אפאזיציע פירער גדי אייזנקוט האבן די 61 מאנדאטן וואס מ'דארף כדי צו שטעלן א רעגירונגס קאאליציע. די רעזולטאטן האבן איבערגעלאזט ביידע לאגערן צו זוכן מעגליכע פארטנערס, ווען די מעגליכקייט פון א ברייטע אחדות רעגירונג אדער נאך א רונדע בחירות הענגט איבער די פארהאנדלונגען.