א באס דרייווער איז ל"ע אומגעקומען און 23 חרדי'שע מיידלעך זענען פארוואונדעט געווארן פרייטאג צופרי, ווען זייער…

א באס דרייווער איז ל"ע אומגעקומען און 23 חרדי'שע מיידלעך זענען פארוואונדעט געווארן פרייטאג צופרי, ווען זייער באס איז זיך צוזאמגעשטויסן מיט א טראקטאר אויף כביש 25 נעבן מושב שבולים אין נגב. דריי פאסאזשירן זענען מיטלמעסיג פארוואונדעט געווארן, און די איבריגע האבן באקומען לייכטע וואונדן. די פאליציי פארשט אויס דעם אינצידענט.