צען אמעריקאנער מיליטערישע טראנספארט עראפלאנען זענען לויט באריכטן געלאנדעט אין מדינת ישראל'ס עובדה און נבטים…

צען אמעריקאנער מיליטערישע טראנספארט עראפלאנען זענען לויט באריכטן געלאנדעט אין מדינת ישראל'ס עובדה און נבטים לופט-באזעס, אנגעלאדן מיט אינטערסעפטאר ראקעטן און אנדערע לופט-פארטיידיגונג עקוויפמענט, אזוי ווי וואשינגטאן פארשטארקט איר אנוועזנהייט אין די ראיאן אינמיטן די שפאנונגען מיט איראן. לויט באריכטן זענען נאך עראפלאנען אנגעקומען קיין יארדאניע, סאודי אראביע און קאטאר, בשעת באאמטע פון מדינת ישראל און אמעריקע קאארדינירן צווישן זיך איבער א מעגליכע באנייטע מיליטערישע אקציע.