די פרוי וועלכע איז ל"ע אומגעקומען אין דעם שרעקעדיגן מיניבאס עקסידענט דאנערשטאג צופרי אויף אגריפס גאס אין ירו…

די פרוי וועלכע איז ל"ע אומגעקומען אין דעם שרעקעדיגן מיניבאס עקסידענט דאנערשטאג צופרי אויף אגריפס גאס אין ירושלים, איז אידענטיפיצירט געווארן אלס די 30-יעריגע קלארא שניידעראווא, די הויפט פון די טשעכישע אמבאסאדע'ס אפיס אין שטאט. שניידעראווא איז געטראפן געווארן ווען א מיניבאס איז ארויפגעפארן אויפ'ן טראטואר, און דערנאך אריינגעקראכט אין א געשעפט דערנעבן. מ'האט זי אפגעפירט אין שערי צדק מעדיקל סענטער, וואו די דאקטוירים האבן געמוזט ערקלערן איר טויט. אויסערן מיניסטער גדעון סער האט אויסגעדריקט זיין מיטגעפיל, בשעת די פאליציי פארשט ווייטער אויס דעם עקסידענט.