די איטאליענישע פאליציי האט ארעסטירט א 22-יעריגן פארדעכטיגטן נעא-נאצי ה"י, וועלכער ווערט באשולדיגט אין פלאניר…

די איטאליענישע פאליציי האט ארעסטירט א 22-יעריגן פארדעכטיגטן נעא-נאצי ה"י, וועלכער ווערט באשולדיגט אין פלאנירן אטאקעס אויף א שול און אויף א נאענטן מסגד אין מילאן. לויט די אויספארשער האט ער נאכגעזוכט אינפארמאציע איבער עקספלאזיוון און וואפן, און אויף זיינע דעווייסעס האט מען געטראפן עקסטרעמיסטישע מאטעריאל. ער שטייט איצט אונטער אויספארשונג אויף קלאגעס פארבונדן מיט טעראר.