בילדער און ווידעא: סטעיט סענעטאר ביל וועבער האט באזוכט דעם שטח פונעם שרעקעדיגן פייער ביי קהל מדרש פנחס אסט…

בילדער און ווידעא: סטעיט סענעטאר ביל וועבער האט באזוכט דעם שטח פונעם שרעקעדיגן פייער ביי קהל מדרש פנחס אסטילא אין עירמאנט, וואו ער האט זיך געטראפן מיט הרב טווערסקי שליט"א און באטראכט די גרויסע שאדנס אינעם שול. וועבער האט אויסגעדריקט זיין דאנקבארקייט צו פייער לעשער עידען, וועמען ער קען פון קאנגרעסמאן מייק לאולער'ס אפיס, און צו די אנדערע פייער לעשער, פאר'ן ראטעווען די ספרי תורה. ער האט פארזיכערט הרב טווערסקי שליט"א און דעם ציבור אז ער שטייט מיט זיי, און צוגעזאגט צו העלפן איבערבויען דעם שול. וועבער האט אויך אויסגעדריקט תפילות פאר דעם פארוואונדעטן פייער לעשער, און באדאנקט אלע פירסט רעספאנדערס פאר זייערע באמיאונגען👉👉👉