א 20-יעריגער סאלדאט אין די ישראלישע ארמיי האט געליטן א קאפ-וואונד נאכן אריינשפרינגען אין וואסער דורכאויס א ש…

א 20-יעריגער סאלדאט אין די ישראלישע ארמיי האט געליטן א קאפ-וואונד נאכן אריינשפרינגען אין וואסער דורכאויס א שפאציר ביי נחל גילבון אין די גולן הייטס. ער איז מיט הצלחה ארויסגעראטעוועט געווארן דורך וואלונטירן פון די 'גולן רעסקיו יוניט' פון די פאליציי. דער סאלדאט איז געווען ביי פולן באוואוסטזיין בשעת די רעטונג, און ער איז דערנאך אפגעפירט געווארן דורך אן אמבולאנס פון מגן דוד אדום צו באקומען ווייטערדיגע מעדיצינישע באהאנדלונגען.