שולדיג: מוכאמעד סולימאן, אן עגיפטישער בירגער וועלכער האט באמבארדירט מיט פייער-באמבעס א אידישע מארש אין באולד…

שולדיג: מוכאמעד סולימאן, אן עגיפטישער בירגער וועלכער האט באמבארדירט מיט פייער-באמבעס א אידישע מארש אין באולדער צו ערוועקן אויפמערקזאמקייט פאר די משכונות, האט זיך יעצט דערקלערט שולדיג אויף 12 פעדעראלע קלאגעס פון האס-פארברעכנס און באנוץ פון אויפרייס מאטעריאל.
ער האט מודה געווען אז ער האט געצילט די קרבנות ספעציעל צוליב דעם וואס זיי זענען אידן און ישראלים. בשעת ער האט געווארפן די מאלאטאוו קאקטעילס, האט ער געשריגן די העצערישע ווערטער "פרי פאלעסטיין".
ביי די שוידערליכע אטאקע איז די 82-יעריגע קארען דיימאנד אומגעקומען, און מער פון א מנין אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן.
דער פארברעכער זיצט שוין יעצט אפ א לעבנסלענגליכע שטראף און יעצט פארלאנגען די פעדעראלע פראקורארן נאך א לעבנסלענגליכע טערמין פלוס 50 יאר.
ער וועט שוין קיינמאל נישט זען די ליכטיגקייט פון דער וועלט. גוט אזוי!