חמאס האט ארויסגעלאזט נייע ווידעאס וואס זענען נאך קיינמאל נישט געזען געווארן, וואו מ'זעהט די העכסטע טעראר פיר…

חמאס האט ארויסגעלאזט נייע ווידעאס וואס זענען נאך קיינמאל נישט געזען געווארן, וואו מ'זעהט די העכסטע טעראר פירער, צווישן זיי יחיא סינוואר ימ"ש און מוחמד דעיף ימ"ש, ווי זיי האלטן געהיימע זיצונגען אינעווייניג אין עזה'ס אונטערערדישע טונעלן נעץ, פאר די שחיטה פון אקטאבער 7. די בילדער, וועלכע זענען אויסגעשטראלט געווארן דורך אל דזשעזירע, ווייזן זיצונגען מיט חמאס'ס העכסטע מיליטערישע קאמאנדירן, ווי אויך אונטערערדישע פאבריקן וואו מ'האט פראדוצירט ראקעטן. די רעקארדירונגען געבן א זעלטענעם בליק אין די טעראר ארגאניזאציע'ס צוגרייטונגען און מיליטערישע אפעראציעס פאר די שחיטה.