קאנגרעסווומאן העילי סטיווענס, די דעמאקראטישע קאנדידאטין וועלכע איז באזיגט געווארן אין די מישיגען פריימערי פא…

קאנגרעסווומאן העילי סטיווענס, די דעמאקראטישע קאנדידאטין וועלכע איז באזיגט געווארן אין די מישיגען פריימערי פאר סענאט, שטעלט א תנאי אז זי וועט ווייטער שטיצן אבדול על-סייעד נאר אויב ער וועט פארדאמען אן אנטיסעמיטישע עדווערטייזמענט פון א שותף זיינעם, וועלכע לייגט אראפ די שולד פאר די פרייזן פון עסנווארג אויף מדינת ישראל'ס "הרג'ענען פאלעסטינער". סטיווענס, וועלכע איז געפלאנט צו קאמפיינען מיט על-סייעד דעם זונטאג, האט געזאגט אז ער דארף זיך אנטשולדיגן פאר זיין אייגענע רעטאריק במשך די גאנצע קאמפיין.