Get the appContact
MKC More Kosher ContentNews / Pictures / Videos
Loading the latest news…

פוילן געפינט זיך יעצט אין א טיפע קאנסטיטוציאנאלע קריזיס נאכדעם וואס מ'האט אפגעזאגט דעם פרעזידענט פונעם קאנסט…

פוילן געפינט זיך יעצט אין א טיפע קאנסטיטוציאנאלע קריזיס נאכדעם וואס מ'האט אפגעזאגט דעם פרעזידענט פונעם קאנסט…
פוילן געפינט זיך יעצט אין א טיפע קאנסטיטוציאנאלע קריזיס נאכדעם וואס מ'האט אפגעזאגט דעם פרעזידענט פונעם קאנסטיטוציאנאלן געריכט צוזאמען מיט זיין דעפיוטי. די דאזיגע דראסטישע שריט האט ארויסגערופן שווערע באשולדיגונגען איבער א רעגירונג פוטש, און עס זענען אויסגעבראכן היציגע פראטעסטן אינדרויסן פון די קאורט געביידע אין ווארשע.
שטארקע פאליציי כוחות האבן ארומגערינגלט די געביידע צוליב באריכטן איבער געפעכטן און עטליכע ארעסטן וואס זענען דורכגעפירט געווארן אויפ'ן ארט.
דער פרעזידענט קאראל נאוואראצקי האט איבערגעהאקט א רייזע און זיך געאיילט צוריקצוקומען קיין ווארשע, וואו ער האט באשולדיגט די רעגירונג פון פרעמיער מיניסטער דאנאלד טוסק אין דורכפירן אן אומלעגאלע איבערקערעניש איבערנעמענדיג די קאורט מיט געוואלד. פון די אנדערע זייט האט טוסק פארטיידיגט די אקציע, זאגנדיג אז דאס איז א וויכטיגע שריט צו צוריקברענגען די זעלבסטשטענדיגקייט פונעם געריכט. דערווייל האט דער אמעריקאנער אמבאסאדאר אפעלירט צו אלע צדדים מען זאל זען אז די מצב זאל נישט ווייטער עסקאלירן.