צענדליגע טויזנטער מענטשן זענען שבת ארויס אויף די גאסן איבער גאנץ פראנקרייך, אין נאך א כוואליע פון פראטעסטן ק…

צענדליגע טויזנטער מענטשן זענען שבת ארויס אויף די גאסן איבער גאנץ פראנקרייך, אין נאך א כוואליע פון פראטעסטן קעגן די שטייגנדע לעבנסקאסטן און די רעגירונג'ס פאליסיס. די פאליציי האט גענוצט טרער גאז אין עטליכע שטעט, צווישן זיי ליאן און טולוז, און לויט באריכטן זענען דוצנדליגע מענטשן ארעסטירט געווארן. דערווייל האבן זיך פראטעסטן, אנגעפירט דורך יוגנטליכע, פארשפרייט איבער מער ווי 30 שטעט אין דייטשלאנד, וואו די דעמאנסטראנטן האבן זיך אנטקעגנגעשטעלט די פליכטיגע מיליטער דינסט און געפאדערט מער פובליק אויסגאבן.