דריטע וויקענד נאכאנאנד

שטארקע פראטעסטן זענען אויסגעבראכן איבער גאנץ אייראפע שבת ביינאכט, ווען די ווילדסטע ראיאטערס אין פראנקרייך האבן געווארפן מאלאטאוו קאקטעילס אויף מיליטערישע פאליציי, זיך איינגעבראכן אין הייזער און אונטערגעצינדן די פאנען פון אמעריקע און מדינת ישראל.
די צוזאמענשטויסן אין פאריז, וועלכע האבן זיך אנגעהויבן ביי פארט דע באניאלעט און צוגעצויגן כאטש 70,000 מענטשן, זענען אויפגעפלאקערט נאכדעם וואס דער מארש איז אנגעקומען צו זיין ענדפונקט ביי פארט דע שארענטאן, ווען די פאליציי האט פרובירט צעשפרייטן דעם עולם מיט טרער גאז, וואסער קאנאנען און מארטער פייער – און די פראטעסטירער האבן געענטפערט מיט'ן ווארפן זאכן אויף זיי.