אמעריקאנער סטאקס זענען פרייטאג שטארק אראפגעפאלן, און מ'האט פארלוירן איבער $1 טריליאן אין ווערט, ווען דער Nas…

אמעריקאנער סטאקס זענען פרייטאג שטארק אראפגעפאלן, און מ'האט פארלוירן איבער $1 טריליאן אין ווערט, ווען דער Nasdaq איז געפאלן מיט 3.4%, זיין ערגסטער פאל אין איין טאג זינט יוני. די שטארקע אראפפאל איז געקומען צוליב זארגן איבער די ריזיגע הוצאות אויף AI, און אנטוישנדע פארדינסטן ביי Intel און Amazon. דער S&P 500 איז אראפ מיט 1.8%, בשעת Intel איז אראפגעפאלן מיט 29%, די ערגסטע פארלוסט אין איין טאג אין איר גאנצע היסטאריע.