ספרינג וואלי: א פארדעכטיגטער איז ארעסטירט געווארן דורך די ספרינג וואלי פאליציי פרייטאג נאכמיטאג, מיט די הי…

ספרינג וואלי: א פארדעכטיגטער איז ארעסטירט געווארן דורך די ספרינג וואלי פאליציי פרייטאג נאכמיטאג, מיט די הילף פון וואלאנטירן פון חברים פון ראקלאנד, נאכדעם וואס ער האט צעשניטן א קאר'ס טייער און אנגעמאכט נאך שאדן, און דערנאך איז ער אנטלאפן פון שטח. די חברים וואלאנטירן האבן געהאלפן אין א ברייטע זוכעניש און דורכגעקוקט סעקיוריטי ווידעאס, וואס האבן געהאלפן אידענטיפיצירן דעם פארדעכטיגטן. דער פארדעכטיגטער איז צום סוף געטראפן געווארן אינדרויסן פון Food Fair אויף רוט 59 אין ספרינג וואלי, וואו די פאליציי האט אים אריינגענומען אין ארעסט.