לויט לבנונישע באריכטן, האט איראן אנגעזאגט חיזבאללה נישט אריינצוגיין אין א באנייטע מלחמה קעגן אמעריקע און מדי…

לויט לבנונישע באריכטן, האט איראן אנגעזאגט חיזבאללה נישט אריינצוגיין אין א באנייטע מלחמה קעגן אמעריקע און מדינת ישראל, סיידן דער איראנער רעזשים וועט שטיין פאר א סכנה פאר זיין עצם קיום. א הויכער לבנונישער באאמטער האט געזאגט פאר The National אז חיזבאללה וועט זיך ווארשיינליך נישט אריינמישן צוליב באגרענעצטע אמעריקאנער אטאקעס, אבער קען יא אריינשפרינגען אין די קאמפן אויב די פירערשאפט אין טעהראן וועט שטיין פאר א סכנה פאר איר קיום. לויט באריכטן, האבן איראנער באאמטע איבערגעגעבן ענליכע אנווייזונגען דירעקט פאר חיזבאללה.