פיר מיטגלידער פון איין פאמיליע, אריינגערעכנט דריי קינדער אין די עלטער פון 11, 15 און 16 יאר, זענען ל"ע אומגע…

פיר מיטגלידער פון איין פאמיליע, אריינגערעכנט דריי קינדער אין די עלטער פון 11, 15 און 16 יאר, זענען ל"ע אומגעקומען אין א שרעקליכע שריפה וואס האט אויסגעבראכן אין אן אפארטמענט אין די בראנקס. די פייער איז פאראורזאכט געווארן דורך א ליטיום-אייאן בעטערי פון אן עלעקטריק סקוטער וואס האט זיך אנגעצינדן.
די פייער האט אויסגעבראכן מיטוואך אויפן 11'טן שטאק פון די "פעטערסאן הייזער" אין די מאט העיוון געגנט. לויט ווי די באאמטע געבן איבער, איז די סקוטער געווען איינגעשטעקט צו טשארדזשן פונקט נעבן די ארויסגאנג טיר, וואס האט בלאקירט די איינציגסטע וועג פאר די פאמיליע זיך צו קענען ראטעווען פונעם פלאקערדיגן פייער. דער פאטער פון די קינדער האט איבערגעלעבט די טראגעדיע און געפינט זיך יעצט אין שפיטאל פאר באהאנדלונגען.