Get the appContact
MKC More Kosher ContentNews / Pictures / Videos
Loading the latest news…

אמעריקאנער סטאקס האבן שארף געטראסקעט דעם פרייטאג, אפווישנדיג א ווערד פון איבער א טריליאן דאלער. דאס קומט נאכ…

אמעריקאנער סטאקס האבן שארף געטראסקעט דעם פרייטאג, אפווישנדיג א ווערד פון איבער א טריליאן דאלער. דאס קומט נאכ…
אמעריקאנער סטאקס האבן שארף געטראסקעט דעם פרייטאג, אפווישנדיג א ווערד פון איבער א טריליאן דאלער. דאס קומט נאכדעם וואס די 'נעסדעק' איז געפאלן מיט 3.4 פראצענט, דאס איז איר שווערסטער קראך זינט דעם חודש יוני.
דער מארקעט טראסק קומט אין ליכט פון זארגן איבער די גרויסע אויסגאבן פאר 'עי-איי' טעכנאלאגיע, און נאכדעם וואס די פירמעס 'אינטעל' און 'עמאזאן' האבן ארויסגעגעבן אנטוישנדע באריכטן איבער זייערע לעצטע פארדינסטן.
די 'עס-ענד-פי 500' סטאק מארקעט איז געפאלן מיט 1.8 פראצענט. אינדערצייט וואס 'אינטעל' אליין האט געטראסקעט מיט שארפע 29 פראצענט, וואס צייכנט אפ איר ערגסטע פארלוסט אין איין איינציגן טאג אין איר היסטאריע.