איבערנעמען מאסק'ס אימפעריע? קלינטאן'ס לעיבאר סעקרעטאר רופט דעמאקראטן צו נאציאנאליזירן SpaceX און Starlink

דער געוועזענער לעיבאר סעקרעטאר אין די קלינטאן אדמיניסטראציע, ראבערט רייך, רופט אויף די דעמאקראטן צו עפענען אויספארשונגען קעגן עלאן מאסק און אנהייבן צו גרייטן א מעגליכע איבערנעמונג פון SpaceX און Starlink דורך די רעגירונג. ער טענה'ט אז דער ביליאנער האט זיך אנגעזאמלט צופיל עקאנאמישע און פאליטישע איינפלוס.