Get the appContact
MKC More Kosher ContentNews / Pictures / Videos
Loading the latest news…

ארום 2,000 לינקע פראטעסטירער האבן מארשירט אין די גאסן פון תל אביב מוצאי שבת, פאדערנדיג מען זאל אויפשטעלן א ר…

ארום 2,000 לינקע פראטעסטירער האבן מארשירט אין די גאסן פון תל אביב מוצאי שבת, פאדערנדיג מען זאל אויפשטעלן א ר…
ארום 2,000 לינקע פראטעסטירער האבן מארשירט אין די גאסן פון תל אביב מוצאי שבת, פאדערנדיג מען זאל אויפשטעלן א רעגירונג וואס זאל געשטיצט ווערן סיי דורך אידישע און סיי דורך אראבישע פארטייען נאך די וואלן אין ארץ ישראל.
אין די זעלבע צייט האבן זיך הונדערטער שטיצער פון נתניהו פארזאמלט צו א קעגן פראטעסט, רופנדיג פאר אן אויספארשונג איבער די באשולדיגונגען פון פעלשונגען ביי די וואלן דורך די אראבישע פארטייען. דער וויצע מיניסטער אלמוג כהן האט געווארנט אז די רעכטע וועלן זיך מיט אלע כוחות קעגנשטעלן צו יעדן פרואוו אויפצושטעלן א רעגירונג וואס וועט זיך שטיצן אויף די אראבישע פראקציעס.