חתן געכאפט דורך מיליטערישע פאליציי פאר די אויגן פון זיין כלה, אויפ'ן וועג צו שבע ברכות

יערי ליבערמאן, א ישיבה בחור וואס האט לעצטנס חתונה געהאט, איז פארהאלטן געווארן דורך די מיליטערישע פאליציי פון מדינת ישראל, ווען ער און זיין כלה זענען געווען אויפ'ן וועג צו א שבע ברכות וואס מ'האט געמאכט לכבודם.
לויט באריכטן זענען די אפיצירן געווען אנגעטון אין ציווילע קליידער, אן קיין יוניפארמס און אן קיין אידענטיפיקאציע באדזשעס. זיי זענען צוגעקומען צו ליבערמאן גלייך נאכדעם וואס דאס פארל איז אראפ פון א באס, און אים געכאפט מיט געוואלד. דערנאך האבן זיי אים לויט די באריכטן אוועקגעשלעפט, און שפעטער אריבערגעפירט אין א מיליטערישע טורמע.
לויט די באריכטן האט קיינער נישט געזאגט פאר די כלה אז די מענער וואס נעמען אוועק איר מאן זענען מיליטערישע פאליציי. זי איז געבליבן שטארק דערשראקן, מיינענדיג אז מ'כאפט אים אוועק.
דער ארעסט איז פארגעקומען בערך דריי וואכן נאך א פריערדיגן פרואוו צו פארהאלטן ליבערמאן אויף אקטאבער 6 אין זיינע עלטערנ'ס הויז אין מודיעין. גרויסע עולמ'ס זענען יענעם טאג ארויסגעקומען צו פראטעסטירן, און נאך בערך צוויי שעה פון צוזאמענשטויסן, האבן די פראטעסטירער לויט באריכטן באוויזן אפצושטעלן די מיליטערישע פאליציי פון אים אוועקנעמען.