פרעזידענט יצחק הערצאג גיט צו פארשטיין אז ער ארבעט צו ברעכן דעם פאליטישן שטילשטאנד אין מדינת ישראל נאך די בחי…

פרעזידענט יצחק הערצאג גיט צו פארשטיין אז ער ארבעט צו ברעכן דעם פאליטישן שטילשטאנד אין מדינת ישראל נאך די בחירות. דאס קען מעגליך עפענען דעם וועג פאר א אחדות רעגירונג, נאכדעם וואס קיינער פון די פאליטישע בלאקן האט נישט באקומען א קלארע מערהייט. הערצאג האט אויפגערופן די פארטיי פירער איבערצוטראכטן זייערע פאזיציעס פון די קאמפיין, און צוצוגיין צו די קאאליציע פארהאנדלונגען מיט אפענע קעפ. דער פרעזידענט וועט מיטוואך אנהייבן די באראטונגען מיט די פאליטישע פארטייען, איידער ער באשליסט ווער עס וועט באקומען דעם מאנדאט צו פורעמירן די קומענדיגע רעגירונג.