🚨 שאקירנדע ארעסט: דער ישיבה בחור יערי ליבערמאן הי"ו איז ארעסטירט געווארן פאר די אויגן פון זיין כלה, בשעת…

🚨 שאקירנדע ארעסט: דער ישיבה בחור יערי ליבערמאן הי"ו איז ארעסטירט געווארן פאר די אויגן פון זיין כלה, בשעת זיי זענען געווען אונטערוועגנס צו זייערע שבע ברכות. לויט באריכטן האבן מיליטערישע פאליציי אפיצירן אין ציווילע קליידער, אן קיין אידענטיפיקאציע באדזשעס, אים געכאפט ווען ער איז אראפגעקומען פון א באס, און אים אוועקגעשלעפט אין א מיליטערישע טורמע. זיין כלה האט נישט געוואוסט אז דאס איז מיליטערישע פאליציי, און האט מורא געהאט אז מ'כאפט אים אוועק. מיט דריי וואכן צוריק האבן הונדערטער פראטעסטירער פארהינדערט א פריערדיגן פרואוו אים צו ארעסטירן ביי זיינע עלטערן'ס היים אין מודיעין.