הגאון הרב משה הלל הירש שליט"א, ראש ישיבת סלבודקא, האט זונטאג גערעדט וועגן דעם פאליטישן מצב אין מדינת ישראל,…

הגאון הרב משה הלל הירש שליט"א, ראש ישיבת סלבודקא, האט זונטאג גערעדט וועגן דעם פאליטישן מצב אין מדינת ישראל, קורץ פאר ער איז אוועקגעפארן קיין אייראפע אויף א שליחות צו זאמלען געלט פאר "קרן עולם התורה". "מסתמא וועט אפילו נאך די בחירות אלעס ווייטער גיין ווי געווענליך," האט דער ראש ישיבה באמערקט, בשעת די פאליטישע פארטייען גרייטן זיך צו צו די קאאליציע פארהאנדלונגען. הרב הירש שליט"א האט אונטערגעשטראכן אז זיין שליחות אין אייראפע איז כדי צו פארזיכערן דעם ווייטערדיגן קיום פון די ישיבות און כוללים אין ארץ ישראל, אז דאס לערנען תורה זאל ווייטער גיין אן קיין אונטערברעכונגען.