א הויכגעשטעלטער באאמטער אין ליכוד האט געווארנט אז יהדות התורה קען בלייבן אינדרויסן פון דער קומענדיגער רעגירו…

א הויכגעשטעלטער באאמטער אין ליכוד האט געווארנט אז יהדות התורה קען בלייבן אינדרויסן פון דער קומענדיגער רעגירונג, אויב זי וועט זיך אפזאגן זיך צו פארפליכטן צום רעכטן בלאק, אינמיטן באריכטן וועגן וואקסנדיגע פארבינדונגען צווישן יהדות התורה און גדי אייזנקאט. "אויב די חרדים זעען זיך נישט אלס א טייל פונעם בלאק, זענען מיר נישט מחויב צו זיי. זיי וועלן זיין די ערשטע אויף וועמען מיר וועלן מוותר זיין," האט דער באאמטער געזאגט פאר קאנאל 14.