דער פרישער חתן וואס איז ארעסטירט געווארן דורך די מיליטערישע פאליציי אינמיטן זיינע שבע ברכות, איז פאראורטיילט…

דער פרישער חתן וואס איז ארעסטירט געווארן דורך די מיליטערישע פאליציי אינמיטן זיינע שבע ברכות, איז פאראורטיילט געווארן צו 20 טעג אין מיליטערישע טורמע, און מ'ערווארטעט פראטעסטן קעגן זיין איינשפארן. יהדות התורה חבר כנסת ר' יעקב אשר האט געפאדערט אז דער ביטחון מיניסטער ישראל כ"ץ זאל זיך תיכף אריינמישן כדי אים צו באפרייען. ער האט אנגערופן דעם ארעסט א שערוריה און א שאקירנדע אקט אן קיין שום געפיל, און געפאדערט אז מ'זאל לאזן דעם חתן צוריקקערן צו זיין כלה און משפחה.