די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן'ס קאנדידאטין פאר יו-ען סעקרעטאר-דזשענעראל, די וועטעראן דיפלאמאטין לאנא נוסייב…

די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן'ס קאנדידאטין פאר יו-ען סעקרעטאר-דזשענעראל, די וועטעראן דיפלאמאטין לאנא נוסייבע, איז אנגעקומען אויפ'ן פערטן פלאץ אין אן אומאפיציעלע שטימונג אינעם יו-ען זיכערהייט ראט. לויט Middle East Eye האט זי באקומען זיבן שטימען דערפאר און זעקס דערקעגן, און צוויי האבן זיך אפגעהאלטן. נוסייבע, וועלכע די עמיראטן האבן נאמינירט אויף אקטאבער 21, דארף באקומען ווייניגסטנס ניין שטימען, אן א וועטא פון קיינעם פון די פינף שטענדיגע מעמבערס פונעם זיכערהייט ראט, כדי צו באקומען דעם פאסטן. לויט באריכטן באטראכט בריטאניע צו שטיצן איר קאנדידאטור.