מער ווי 572,000 ניו יארקער האבן זיך שוין באטייליגט אין ערלי וואוטינג פאר די אלגעמיינע וואלן דעם דינסטאג, לוי…

מער ווי 572,000 ניו יארקער האבן זיך שוין באטייליגט אין ערלי וואוטינג פאר די אלגעמיינע וואלן דעם דינסטאג, לויט נייע ציפערן וואס די ניו יארק סיטי באורד אוו עלעקשאנס האט יעצט ארויסגעגעבן. ביז שבת אוונט האבן זיך 572,786 שטימער איינגעשריבן איבער'ן גאנצן שטאט, דערונטער 177,271 אין ברוקלין, 160,045 אין מאנהעטן און 135,095 אין קווינס. זונטאג, נאוועמבער 1, איז דער לעצטער טאג פון ערלי וואוטינג, און די וואל-פלעצער וועלן זיין אפן ביז 5 PM. וואל טאג פאלט אויס דינסטאג, נאוועמבער 3, ווען די וואל-פלעצער וועלן זיין אפן פון 6 AM ביז 9 PM.