אום אקטאבער דעם 29'סטן, אינעם מזרח טייל פונעם פאציפיק אקעאן, האבן אמעריקאנער מארין זעלנער וואס אפערירן אונטע…

אום אקטאבער דעם 29'סטן, אינעם מזרח טייל פונעם פאציפיק אקעאן, האבן אמעריקאנער מארין זעלנער וואס אפערירן אונטער די "סאוטקאם" קאמאנדע אפגעשטעלט א שיף וואס איז געווען פארדעכטיגט צו ווערן געפירט דורך די עקוואדארער פארברעכער גרופע "לאס טשאנעראס". די מאנשאפט פונעם שיף איז ארעסטירט געווארן און איבערגעגעבן געווארן פאר די עקוואדארער אויטאריטעטן, און די שיף זעלבסט איז שפעטער דערטרונקען געווארן אין וואסער.