פינג-פאנג מיט ביבי: יונגער ישראלי רופט ארויס נתניהו צו א טיש-טעניס שפיל, פרעגט אים איבער איראן און טראמפ

מדינת ישראל'ס ראש הממשלה בנימין נתניהו האט גענומען אן אומגעווענליכע פויזע פון פאליטיק, ווען ער האט זיך געשטעלט שפילן א פינג-פאנג שפיל קעגן דעם יונגן ישראלי'שן יוטובער רועי כהן, און דער לייכטער ספארט-שפיל האט זיך פארוואנדלט אין אן אומגעריכטן שמועס איבער איראן, פרעזידענט דאנאלד טראמפ און די שוועריגקייטן וואס מדינת ישראל שטייט אנטקעגן.