אפדעיט

דער עראפלאן איז אראפגעפאלן נעבן מיליטערי טרעיל און 10'טע עוועניו נארט, נאכדעם וואס ער איז ארויסגעפלויגן פון אוסטין-בערגסטראם אינטערנאשאנאל עירפארט אין טעקסאס.
לויט פלייט טרעקינג איז דער דזשעט געפלויגן אויף 35,000 פיס, און דערנאך פלוצלינג אראפגעפאלן צו בערך 8,750 פיס אין בלויז 70 סעקונדעס, ווען ער האט זיך אריינגעדרייט אין א שנעלן ספיראל צו די רעכטע זייט. זיין לעצטע סיגנאל איז רעקארדירט געווארן 12:49:32 PM נעבן דעם ארט פונעם קראך, מיט א מאקסימום אראפפאל-שנעלקייט פון -32,640 פיס א מינוט.
מענטשן אין דער געגנט באשרייבן א געוואלדיגע עקספלאזיע, א גרויסער פייער-באל, און שטיקער און שאדן ארום דעם ארט וואו ער איז אריינגעקלאפט.
לויט באריכטן זענען בערך 600 איינוואוינער פון א נאענטע מאביל-היים געמיינדע עוואקואירט געווארן.
לויט באריכטן איז דער עראפלאן געבליבן אויף טראנספאנדער קאוד 4021, אן קיין רעקארדירטע עמערדזשענסי סיגנאל.
צוגעלייגט איז די רעקארדינג פון די דראמאטישע לעצטע ATC קאמוניקאציעס פאר'ן אריינקלאפן.