צה"ל'ס רעטונגס כוחות האבן דורכגעפירט א לאנד-ברייטע איבונג, וואו מ'האט סימולירט עטליכע עמערדזשענסי אינצידענטן…

צה"ל'ס רעטונגס כוחות האבן דורכגעפירט א לאנד-ברייטע איבונג, וואו מ'האט סימולירט עטליכע עמערדזשענסי אינצידענטן, אריינגערעכנט סצענארן וואס האבן פארלאנגט זוכן-און-ראטעווען אפעראציעס, און קאארדינירטע רעאקציעס צו א גרויסע צאל פארוואונדעטע. די איבונג איז געווען געצילט צו טעסטן די גרייטקייט פון די מיליטערישע רעטונגס אפטיילונגען, און זייער פעאיגקייט צו רעאגירן אויף עטליכע עמערדזשענסיס אין די זעלבע צייט. די איבונגען קומען אין א צייט פון ווייטערדיגע זיכערהייט שפאנונגען איבער'ן גאנצן ראיאן.