Get the appContact
MKC More Kosher ContentNews / Pictures / Videos
Loading the latest news…

CLASS ACTION לאוסוט אריינגעגעבן קעגן El Al

CLASS ACTION לאוסוט אריינגעגעבן קעגן El Al
א בקשה פאר א קלאס עקשאן לאוסוט פון איבער ₪2.5 מיליאן איז אריינגעגעבן געווארן קעגן El Al, נאכדעם וואס די פירמע האט באשלאסן איבערצופירן די תל אביב–פראג פלייטס צו איר טאכטער-פירמע Sun d’Or, אנגעהויבן פון נאוועמבער 15.
פאסאזשירן טענה'ן אז מ'האט געמאכט די ענדערונג אן זייער הסכמה, מיט א טויש פון טערמינאל 3 צו טערמינאל 1 און אנדערע סערוויס באדינגונגען. טייל פאסאזשירן טענה'ן אויך אז מ'האט פון זיי פארלאנגט צו באצאלן $190 פאר יעדן טיקעט כדי צו קענסלען.
El Al זאגט אז זי האט נאך נישט באקומען דעם לאוסוט און וועט רעאגירן דורכ'ן געריכט.