קאנגערס: די ריפעירס אויף די קאנגערס לעיק טרעילוועי זענען שוין מער ווי האלב פארטיג און גייען לויט'ן פלאן, א…

קאנגערס: די ריפעירס אויף די קאנגערס לעיק טרעילוועי זענען שוין מער ווי האלב פארטיג און גייען לויט'ן פלאן, אזוי מעלדט די טאון אוו קלארקסטאון. ארבעטער אינסטאלירן נאך שטיצן אונטער'ן בארדוואק, כדי צו פארשטארקן די סטרוקטור. מ'ערווארטעט אז דער פראיעקט וועט פארטיג ווערן ביז מיטן נאוועמבער, און דאן וועלן די איינוואוינער ווידער קענען הנאה האבן פון דעם גאנצן קרייז ארום קאנגערס לעיק.