ברעכט מיט ביבי? יהדות התורה באטראכט צו אינדארסירן אייזנקוט אלס פרעמיער מיניסטער, בשעת ליכוד שלאגט צוריק

יהדות התורה באטראכט די אויסערגעווענליכע מעגליכקייט צו רעקאמענדירן גדי אייזנקוט צו פורמירן די קומענדיגע רעגירונג פון מדינת ישראל, א שריט וואס קען באדייטן א דראמאטישע ברעך מיט פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו, און קען אפשר איבערמאכן די פאליטישע בונדן אין לאנד נאך די בחירות פון לעצטע וואך.