פאלינג אטאקע: דזשאו ראגאן זאגט אז נאר 'נארישע' מענטשן ענטפערן פאליטישע אנקעטעס

פאדקעסט האסט דזשאו ראגאן האט איבער'ן סוף וואך ארויסגעלאזט א שארפע קריטיק קעגן פאליטישע פאלס, טענה'נדיג אז די אנקעטעס זענען אין גרונט נישט פארלעסליך, ווייל רוב אמעריקאנער וואס זענען פארנומען מיט זייער לעבן האבן ווייניג אינטערעס צו ענטפערן די וואס פירן די פאלס. ער האט אנגעדייט אז די מענטשן וואס נעמען יא אנטייל רעפרעזענטירן כמעט נישט דעם ברייטערן עולם.