איראנער צייטונגען האבן מאנטאג ארויסגעלאזט פרישע סטראשונגען קעגן אמעריקע און מדינת ישראל, און געווארנט פון "פ…

איראנער צייטונגען האבן מאנטאג ארויסגעלאזט פרישע סטראשונגען קעגן אמעריקע און מדינת ישראל, און געווארנט פון "פארניכטנדע קלעפ", באנוץ פון נייע וואפן, און אטאקעס אין געגנטער וואס זענען ביז היינט נישט געטראפן געווארן, אויב פרעזידענט טראמפ וועט אנהייבן נאך א מיליטערישע אפעראציע קעגן איראן. איראנ'ס העכסטער פירער מאדזשטאבא חאמענעי האט באפוילן דעם מיליטער זיך צוצוגרייטן פאר א תיכף'דיגן ענטפער אן קיין געאגראפישע גרעניצן, בשעת איראנער באאמטע ווארענען אז נאך א מלחמה קען זיין לענגער און מער צושטערנדיג ווי דער פריערדיגער קאנפליקט.