פרעזידענט יצחק הערצאג פלאנירט צו אנהייבן די באראטונגען וועגן צאמשטעלן מדינת ישראל'ס קומענדיגע רעגירונג מיט…

פרעזידענט יצחק הערצאג פלאנירט צו אנהייבן די באראטונגען וועגן צאמשטעלן מדינת ישראל'ס קומענדיגע רעגירונג מיט די קלענסטע פראקציעס אין כנסת צוערשט, פארקערט פונעם געווענליכן סדר, וואו מ'טרעפט זיך קודם מיט די גרעסערע פארטייען און ערשט דערנאך מיט די קלענערע. הערצאג האפט אז די באראטונגען וועלן העלפן אויסגעפינען א קאנדידאט וואס וועט קענען צאמשטעלן א רעגירונג, אין די זעלבע צייט וואס עס וואקסן די ספעקולאציעס איבער מעגליכע אחדות-אפמאכן און פארהאנדלונגען וואס באטרעפן די חרדי'שע פארטייען.