Get the appContact
MKC More Kosher ContentNews / Pictures / Videos
Loading the latest news…

צה"ל האט אויסגעהרג'עט פיר חמאס טעראריסטן ימ"ש אין באזונדערע לופט אטאקעס אין צפון עזה, דערונטער א "נוכבה" טער…

צה"ל האט אויסגעהרג'עט פיר חמאס טעראריסטן ימ"ש אין באזונדערע לופט אטאקעס אין צפון עזה, דערונטער א "נוכבה" טער…
צה"ל האט אויסגעהרג'עט פיר חמאס טעראריסטן ימ"ש אין באזונדערע לופט אטאקעס אין צפון עזה, דערונטער א "נוכבה" טעראריסט וועלכער איז אריינגעדרונגען אין מדינת ישראל ביי די בלוטיגע שחיטה פון אקטאבער 7. צוויי זענען אויסגעהרג'עט געווארן שבת: נביל חמאד, וועלכער איז געווען פארמישט אין אויפבויען חמאס'ס מיליטערישן פליגל, און מוהאנאד דאהדוח, א קאמאנדיר פון סנייפערס. צוויי אנדערע זענען אויסגעהרג'עט געווארן אקטאבער 22: וואעל מוסלים, וועלכער האט זיך באטייליגט אין די שחיטה פון אקטאבער 7, און עראפאט אר'עיר, א קאמאנדיר אין חמאס'ס ראקעטן אפטיילונג.