טאקער'ס אטאמישע מלחמה אלארעם: טאקער קארלסאן טענה'ט אז נתניהו שטופט טראמפ צו אן אטאמישע אטאקע אויף איראן, או…

טאקער'ס אטאמישע מלחמה אלארעם: טאקער קארלסאן טענה'ט אז נתניהו שטופט טראמפ צו אן אטאמישע אטאקע אויף איראן, און דאס רופט ארויס פחדים פון אן אנטיסעמיטישע ריאקציע
דער קאנטראווערסיאלער קאנסערוואטיווער קאמענטאטאר טאקער קארלסאן האט אנגעצינדן א נייע מחלוקת, נאכדעם וואס ער האט געטענה'ט אז מדינת ישראל'ס פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו דרוקט אויף פרעזידענט דאנאלד טראמפ צו דערלויבן אן אטאמישע אטאקע אויף איראן אין די קומענדיגע פאר טעג, א סענסאציאנעלע טענה אויף וועלכע קארלסאן האט נישט געבראכט קיין שום באווייז וואס מ'קען באשטעטיגן פון א צווייטן מקור. זיינע באשולדיגונגען, וועלכע שטעלן אוועק נתניהו ווי דער וואס פירט די אמעריקאנער מיליטערישע פאליסי צוליב פערזענליכע פאליטישע סיבות, האבן ארויסגערופן זארגן אז אזעלכע רייד קענען צוגיסן בוימל צו אנטיסעמיטישע קאנספיראציע טעאריעס.