דער געוועזענער פרעמיער מיניסטער אהוד ברק האט מאנטאג געזאגט אז צה"ל איז נישט פעאיג אריינצונעמען אלע חרדים, או…

דער געוועזענער פרעמיער מיניסטער אהוד ברק האט מאנטאג געזאגט אז צה"ל איז נישט פעאיג אריינצונעמען אלע חרדים, און ער האט פארגעלייגט שירות לאומי פאר די וועלכע גייען נישט אריין אין מיליטער. דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס דער לינקער בלאק זוכט שטיצע פון די חרדים כדי צו דערגרייכן 61 מאנדאטן. "די חרדים וועלן עס נישט ליב האבן, אבער עס וועט זיין גערעכט. מיר ווילן נישט אפשאפן לימוד התורה," האט ברק געזאגט, און צוגעלייגט אז אראפנעמען פרעמיער מיניסטער נתניהו קומט פאר יעדע אנדערע הבטחה.