א מאן אין די 50ער יארן איז ל"ע אומגעקומען מאנטאג נאכמיטאג, ווען א צעמענט טראק און א פריוואטע קאר זענען צוזאמ…

א מאן אין די 50ער יארן איז ל"ע אומגעקומען מאנטאג נאכמיטאג, ווען א צעמענט טראק און א פריוואטע קאר זענען צוזאמגעקראכט אויף כביש 222 אין דרום ארץ ישראל, נעבן די צאלים מיליטער באזע. דער שטארקער קלאפ האט צעקוועטשט די קאר, און דער דרייווער איז געבליבן פארכאפט אינעווייניג. רעטונגס מאנשאפטן האבן געארבעט אים ארויסצונעמען, אבער די מד"א פאראמעדיקס האבן אים געמוזט מכריז זיין פאר טויט אויפ'ן פלאץ.