צום ערשטן מאל זינט די רעזולטאטן פון די בחירות, גייען די ח"כים פון ש"ס צום הויז פון הגאון הרב משה מאיה שליט"א…

צום ערשטן מאל זינט די רעזולטאטן פון די בחירות, גייען די ח"כים פון ש"ס צום הויז פון הגאון הרב משה מאיה שליט"א, דער עלטסטער מיטגליד פון דער פארטיי'ס מועצת חכמי התורה, צו א וויכטיגע זיצונג איבער די פארטיי'ס קומענדיגע שריט. די ח"כים ערווארטן צו באקומען זיין פסק וועמען ש"ס וועט רעקאמענדירן פארן פרעזידענט צו פארמירן די קומענדיגע רעגירונג, און וועגן א מעגליכן שריט צו פארטוישן דעם יו"ר הכנסת.