פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו זאגט אז דער ציבור אין מדינת ישראל וויל נישט קיין רעגירונג וואס איז אפהענגיג א…

פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו זאגט אז דער ציבור אין מדינת ישראל וויל נישט קיין רעגירונג וואס איז אפהענגיג אין רע"מ און די "רשימה המשותפת", און ער באשולדיגט ביידע פארטייען אז זיי שטיצן טעראר און לייקענען אפ מדינת ישראל'ס עקזיסטענץ אלס א אידישע מדינה. נתניהו האט געזאגט אז ער בלייבט איבערגעגעבן צו שאפן א ברייטע נאציאנאלע רעגירונג, און אז ער איז גרייט צו פירן שמועסן מיט יעדע פארטיי וואס שטיצט נישט קיין טעראר. די ערקלערונג זעט אויס ווי זיין קלארסטע עפענונג ביז יעצט צו פארהאנדלונגען מיט גדי אייזענקאט, הגם נתניהו האט אים נישט דערמאנט מיט'ן נאמען.