בשעת עס וואקסן די פחדים פון א נייע עסקאלאציע מיט איראן, האט מדינת ישראל געשיקט אן אולטימאטום צו לבנון דורך א…

בשעת עס וואקסן די פחדים פון א נייע עסקאלאציע מיט איראן, האט מדינת ישראל געשיקט אן אולטימאטום צו לבנון דורך אמעריקאנער פארמיטלער: איינהאלטן חיזבאללה, אדער די מלחמה אין לבנון וועט זיך ווידער באנייען. מדינת ישראל פאדערט אז די לבנונער מיליטער זאל אויפשטעלן טשעקפוינטס אין די חיזבאללה געגנטער. דערווייל האט דער ישראל'דיגער חיל האויר אין די לעצטע דריי וואכן שטארק פארגרעסערט זיינע אטאקעס אין דרום לבנון.