א 7 מאנאטן אלטער בעיבי איז מאנטאג געשטאכן געווארן דורך אן עקרב אין גוש עציון, און האט באקומען א שווערע אלערג…

א 7 מאנאטן אלטער בעיבי איז מאנטאג געשטאכן געווארן דורך אן עקרב אין גוש עציון, און האט באקומען א שווערע אלערגישע רעאקציע וואס האט געשטעלט זיין לעבן אין סכנה. אן איחוד הצלה מעדיק, וואס איז שנעל אנגעקומען צום שטח, האט געגעבן דעם בעיבי אן אדרענאלין אינדזשעקשאן און ב"ה געראטעוועט זיין לעבן. ער איז אפגעפירט געווארן אין הדסה עין כרם האספיטאל אין א מיטלמעסיגע און סטאבילע צושטאנד.